Florida Kosher Villas - פלארידא קאושער ווילאס

איז שוין היינט ברייט באקאנט אלס א שם דבר אין דער וועלט פון וואקאציע ביי היימישע חסיד'ישע אידן, אבער פארוואס פונקטליך איז עס אזוי, ווייסן מיר נאך נישט גענוי. בלויז דאס ווייסן מיר, אז וואו מען פרעגט זיך נאר נאך אויף א גוטן, געשמאקן, בא'טעמ'טן וואקאציע פלאץ, געדויערט נישט לאנג ביז מען טרעפט זיך אן אין דעם נאמען "פלארידע קאושער ווילאס"
7 May

היימישע וואקאציע אויפ’ן העכסטן סטאנדארט

פלארידא קאושער ווילאס איז שוין היינט ברייט באקאנט אלס א שם דבר אין דער וועלט פון וואקאציע ביי היימישע אידן, אבער פארוואס פינקטליך איז עס אזוי, ווייסן מיר נאך נישט גענוי. בלויז דאס ווייסן מיר, אז וואו אימער מען פרעגט זיך נאך אויף א גוטן, געשמאקן, באטעמטן וואקאציע פלאץ, געדויערט נישט לאנג ביז מען טרעפט זיך אן אין דעם נאמעןפלארידע קאושער ווילאס“.

און טאקע דאס האט אנגעצידן אונזער נייגער, וואס אזוינס איז דאספלארידע קאושער ווילאסוואס יעדער רעדט פון דעם אזוי. האבן מיר זיך פארבינדן צום אייגנטימער רישעיוויינבערגער ני, ווי מיר האבן אים געשטעלט עטליכע פראגן.

 

וואס איז דאספלארידא קאושער ווילאסאון פארוואס ווערט מען אזוי נתפעל פון דעם אז מען רעקאמענדירט עס אזוי שטארק?

פלארידא קאושער ווילאסאיז א ביזנעס וואס איך מיט מיין פאמיליע האבן געעפנט מיט דער הילף פון באשעפער בערך אין יאר תשסט, און מיט זיין הילף פירן מיר דאס ביז היינט.

“פלארידא קאושער ווילאס” שטעלט צו הערליכע וואקאציע ווילאס אין נארט מיאמי ביעטש פאר היימישע, ערליכע אידן, אויף דעם העכסטן סטאנדארט וואס מען קען נאר ערווארטן.

די גוטע באריכטן וואס מען הערט איז דערפאר ווייל יעדער וואס איז נאר אמאל געווען אויף וואקאציע אין איינעם פון אונזערע ווילאס קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן אויף דעם געשמאקן צייט וואס ער האט פארברענגט און איבער די אויסטערליש העפליכע סערוויס וואס ער האט באקומען.

“פלארידא קאושער ווילאס” איז א חידוש בעולם ה’וואקאציע, עס איז נאכנישט געווען אן אייגנארטיגע וואקאציע רענטל אויף דעם פארנעם געאייגנט פאר’ן היימישן ציבור. פיל מענטשן וועלכע קומען צו אונז, זענען שוין אמאל געווען אויף וואקאציע ערגעץ אנדערש און דעריבער ווייסן זיי פינקטליך וויאזוי עס קוקט אויס דארט, און דערנאך קומען זיי צו אונז. דא ביי “פלארידא קאושער ווילאס” ווערן זיי איבערראשט ווי גוט און בא’טעמ’ט א וואקאציע קען זיין.

וואס האבן מענטשן געהאט ביי זייער וואקאציע ערגעץ אנדערש און וואס איז זיי אזוי פיל בעסער דא? פארוואס איז מען נישט צופרידן צו גיין סיי וואו אין א האטעל?

דא קומט אריין צוויי פאקטארן. דאס ערשטע איז פלארידא, און דאס צווייטע איז אונזערע כשר’ע ווילאס.

לאמיר ערשט אנכאפן דעם ערשטן פאקטאר, פלארידא.

ווען א מענטש גייט אויף וואקאציע, וויל ער דאך רואיגקייט. נאטור איז איינס פון די שטערקסטע זאכן וואס ברענגט רואיגקייט פאר א מענטש, דער בוכ”ע האט אויסגעשטעלט אז נאטור בארואיגט די געפילן און די נערוון פון א מענטש.

היימישע אידן וואס זוכן א וואקאציע, זוכן בדרך כלל רואיגע וואקאציע, זיך צו קענען אפרייסן פאר א פאר טעג פון דעם הו-הא פון טאג-טעגליכן לעבן און צוריקקומען צו די כוחות. און פאר די מענטשן איז פלארידע דאס בעסטע ארט דאס צו טאן.

פלארידא האט א ווארימע קלימאט דורכאויס דעם גאנצן קיילעכיג יאר, אזוי אז מען ווערט נישט געשטערט פון די קאלטע ניו יארקער לופט וואס שניידט אריין אין די ביינער. אזוי ארום קען מען כסדר זיך ארויסזעצן אויף דער גאס און הנאה האבן פון די פרישע רואיגע לופט און זיך פאראייניגן מיט’ן באשעפער’ס נאטור.

און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אזוי פיל עלטערע לייט פארן קיין פלארידא יעדן ווינטער. עס איז היינט וואויל באקאנט אז פון איבער גאנץ אמעריקע קומען עלטערע, פענסיאנירטע מענטשן וואוינען קיין פלארידא, צוליב די ווארימע קלימאט און געזונטע לופט.

אזוי אויך איז דאס דער דעסטינאציע פאר פילע מענטשן וועלכע ליידן פון פארשידענע מיחושים, וואס עס שאדט זיי די קאלטע לופט פון די צפון שטאטן, אדער מענטשן וועלכע זענען אדורך פארשידענע מעדיצינישע פראצעדורן און דארפן זיך ערהוילן, די אלע מענטשן ווייסן צו טרעפן פלארידא, ווייל דאס איז פון די בעסטע ערטער אין אמעריקע דאס צו טאן. סיי פראקטיש, צוליב די ווארעמע קלימאט און אזוי אויך צוליב דער רואיגקייט וואס געפינט זיך דא.

אצינד קומען מיר צו צום צווייטן פאקטאר, דאס זענען אונזערע כשר’ע ווילאס. ווען דער וואס זוכט די וואקאציע איז א גוי, דאן זענען מיר נישט די ריכטיגע אדרעס. פאר אים איז דער האטעל אדער מאטעל טאקע א גוט פלאץ פאר וואקאציע.

אבער א איד – און ספעציעל א היימישער, חסיד’ישער איד – האט ספעציעלע געברויכן. קודם איז ער באזארגט איבער די ריינקייט און איידלקייט פון דער סביבה. אן ערליכער איד וויל נישט גיין אויף וואקאציע ערגעץ וואו ער מוז זיך אויסטאן די ברילן ווי נאר ער עפנט די דרויסנדיגע טיר פון זיין דירה.

דערפאר זוכט ער, נישט נאר א רואיגע שטילע פלאץ, נאר אויך איידל און באשיידן און נישט מיט פריצות און ראיות אסורות. אויך דארף א היימישער איד האבן כשר’ע עסן, א בית המדרש און א מקוה אין דער געגנט וכדו’.

אויב גייט מען אין א האטעל האט מען דאס נישט, גאר אפט האט מען אפילו נישט א שטיקל קיך וואו עפעס צוצוגרייטן, ווער רעדט נאך פון כשר’ע עסצייג. אזא זאך קומט אפילו נישט אין באטראכט.

און דאס איז וואו מיר קומען אריין.

פאר מיר אליינס איז דאס שוין אויך שווער געווען ווען מען פארט ערגעץ און דאס פלאץ איז טאקע זייער שיין און באקוועם, צומאל אפילו רייך, אבער פארט אינגאנצן נישט צוגעפאסט פאר אן ערליכן איד. איז וואספארא חידושים שטעלט איר צו אין דעם נושא?

דער חידוש אונזערער איז זייער פשוט. ווען איר קומט אויף א וואקאציע צו “פלארידא קאושער ווילאס”, דארפט איר גארנישט מיטברענגען חוץ אייערע מלבושים. ווייל מיר זענען דירעקט צוגעשטעלט טאקע פארן היימישן עולם.

אלע אונזערע דירות געהערן פאר ערליכע פרומע אידן. און מען רעדט טאקע ממש פון ווילאס. יעדע איינציגע דירה פארמאגט א קאך, א דיינינג רום מיט עטליכע בעדרומס. יעדע הויז האט א מינימום פון דריי בעדרומס.

די קאך איז אן עכט כשר’ע קאך, מיט א מילכיגע זייט און א פליישיגע זייט. מיט עקסטערע כלים און עסצייג פאר מילכיג און פליישיג, און יעדעס איינע איז באצייכנט מיט א סטיקער ‘מילכיג’ אדער ‘פליישיג’. יעדע דירה האט א דישוואשער און א וואש מאשין מיט א דרייער. (עס איז וויכטיג אנצומערקן אז מיר געבן נישט קיין “השגחה” אויף די דירות, די הייזער זענען בחזקת כשרות, מיר פארדינגען עס נאר פאר אידן מדקדקים במצוות, און דאס זעלבע זענען מיר מקפיד מיט’ן נעמען די דירות נאר פון היימישע בעלי בתים).

וואס איז מיט אידישע חפצים וואס מען דארף געווענליך מיטשלעפן אויף וואקאציע?

יא, מיר האבן אינזין יעדע קלייניגקייט אז די געסט זאל זיך שפירן ווי אינדערהיים, און טאקע אין פולן זין פון ווארט. אפילו אזעלכע קלייניגקייטן ווי א חלה דעקל, א בעכער, זמירות שבת קודש, לעכט אנצוצינדן אויף שבת, שוועבלעך, הבדלה מיט בשמים, פלאסטיק טישטוכער, א ווייסע טישטוך און א האט-פלעיט וכדו’. אפילו ספרים שאפעס מיט ספרים זענען דא דארט. און דאס איז נאר דער אנהייב.

יעדע ווילא פארמאגט א געהייצטע סווימינג פול, מיט א געהעריגע הויכע אויסגעהאלטענע מחיצה. די סווימינג פול ווערט כסדר גערייניגט דורך א ספעציעלע פירמע, און אלע צוגעהערן ארום ווערט אהערגעשטעלט אויפן בעסטן און פראקטישסטן אופן. אויך די הייזער ווערן געהאלטן ציכטיג און זויבער, מיר לייגן אריין גרויסע כוחות אין די הויף און גראז וכדו’ אז אלעס זאל זיין געשמאק און ריין.

איר זאגט אזפלארידא קאושער ווילאסהאט נישט די פראבלעם פון פריצות. וויאזוי קען זיין אז אין מיאמי זאל זיין אזא זאך?

אונזערע הייזער געפינען זיך “נישט” אין מיאמי ביעטש. אונזערע הייזער געפינען זיך אין “נארט מיאמי ביעטש”, דאס איז א באזונדערע געגנט, ארום פופצן מייל אוועק פון מיאמי ביעטש. דאס איז אזוי ווי, לאמיר זאגן, פון סי-געיט קיין וויליאמסבורג. מיט א קאר געדויערט עס ארום א האלבע שעה.

נארט מיאמי איז א שיינע געגנט, און דוקא זייער א שטילע, רואיגע געגנט – מ’קען עס אפשר אנרופן א “אידישע” געגנט. דער קלימאט איז די זעלבע. די רואיגע אטמאספערע, די געשמאקע, ריינע לופט איז די זעלבע, עס איז נישט דא קיין ים-“ביעטש” וואס ברענגט מיט זיך טוריסטן וכדו’. אזוי אז נארט מיאמי האט נאר די מעלות פון מיאמי אבער נישט די חסרונות. די געגנט איז שיין, שטיל און רואיג. כמעט ווי א קליינע קאנטרי.

איז נארט מיאמי ביעטש טאקע אן ערנסטע אידישער ישוב מיט אלע צוגעהערן? וועלכע אידישע זאכן געפינען זיך דארט?

וועלכע נישט? נארט מיאמי ענטהאלט אלעס וואס יעדע אידישע שטאט פארמאגט. פון גראסעריס ביז כשר’ע רעסטוראנטן, בתי מדרשים מיט מקוואות, און אפילו היכלי התורה. גאר לעצטנס האט זיך געעפנט א כולל דורך די בארימטע לעיקוואד ישיבה, מיט א גרויסע לייברערי און אן אויסוואל פון איבער 2,500 ספרים וואס איז אפן פאר’ן ברייטן ציבור דורכאויס’ן טאג.

אויסער דעם זענען פארהאן נישט ווייט פון דער געגנט פארשידענע אינטערעסאנטע אטראקציעס וועלכע זענען איידל, אויסגעהאלטן און צוגעפאסט פאר היימישע אידן. אין יעדע דירה פון “פלארידא קאושער ווילאס” געפינט זיך א בראשור מיט אלע אינפארמאציע פון אלע כשר’ע געשעפטן, בתי מדרשים, דעפארטמענט סטארס און אטראקציע ערטער אין דער געגנט.

אויך זענען דא פילע ארגאניזאציעס פונקט ווי אין אלע אידישע שטעט – הצלה, שומרים, ביקור חולים, עטליכע גמ”ח’ן, און אזוי אויך “מתעסקים” און “חסד של אמת” האבן דא אן אפטיילונג. אין פאל פון עמערדזשענסי ח”ו זענען דא גוטע שפיטעלער און קליניקס אין דער געגנט, און אין סיי וועלכע נישט-עמערדזשענסי סיטואציע זענען דא דעפארטמענט סטארס און פארמאסיס ממש א טריט ארויס פון געגנט, ווי “וואלמארט”, “וואלגרין” און “סי.ווי.עס”, וועלכע זענען אפן 24 שעה.

פיין, מיר הערן אז די דירות זענען צוגעשטעלט פאר היימישע אידן, אבער פון וואו האט מען דארט כשרע עסן?

מיר שטעלן נישט צו קיין עסן, עס זענען דא פילע וועלכע ווילן מיטברענגען עסן פונדערהיים, און אויב נישט, איז נארט מיאמי, ווי געזאגט, א אידישע געגנט אין פולן זין פון ווארט, מיט פיל גראסעריס און מערערע רעסטוראנטן און טעיק-אוט געשעפטן, וועלכע פארקויפן יעדן סארט פראדוקט מיט יעדע היימישע השגחה וואס איר קענט נאר געברויכן.

עס זענען דא עטליכע פאמיליעס אין דער געגנט וועלכע שטעלן צו עסן אויף באשטעלונג, און זיי קענען צושטעלן פון אן איינציגן נאכטמאל פאר א פארפאלק ביז א פולער שבת פאר א קינדער-געבענטשטע פאמיליע.

די אפציעס זענען ענדלאז. מ’קען זיך אויך פארבונדן מיט אונזער “קאנסיערזש סערוויס” וועלכע וועלן פאר אן אפצאל אייך העלפן אהערשטעלן אייער וואקאציע אויפ’ן געשמאקסטן פארנעם.

אויב איר זענט אזוי מקפיד אלעס זאל זיין בתכלית הכשרות, וואס טוט מען אז צומאל קומען געסט וועלכע נוצן א שוואכערן סטאנדארט אין כשרות?

מיר האבן אפילו דאס אויך אינזין געהאט. ווי איר וועט זען, האבן מיר בכלל נישט קיין אפציע פון רעזערווירן א וואקאציע “אנליין”. כאטש וואס דאס איז היינט גאר א וויכטיגע זאך אין דער אינדוסטריע ווי אויך קאסט עס אונז פיל מער אויף דעם וועג. און די סיבה איז טאקע ווייל מיר גייען פערזענליך דורך יעדן אפליקאנט.

יעדער איינער דארף אליינס אנרופן און רעדן מיט אונז, זיכער צו מאכן אז מען רעדט פון א חרד’ישן איד וועלכער איז מדקדק בכשרות. גאר אפט, וועלן מיר מאכן עטליכע טעלעפאן רופן צו באקומען אינפארמאציע אויף דעם אפליקאנט. נאר אזוי קענען מיר פארזיכערן דעם העכסטן סטאנדארט פון כשרות פאר אונזערע טויזנטער צופרידענע קליענטן.

ווען מען פארט אויף וואקאציע זיך אויסלופטערן, ערווארט מען דאס גשמיות זאל אויך זיין אויף א הויכן סטאנדארט, שיין און באקוועם, און דערפאר גייען מענטשן צו טייערע האטעלן. וויאזוי טוט איר זיך צושטעלן אין דעם הינזיכט?

די סיבה פארוואס מענטשן גייען צו טייערע האטעלן – כאטש מען קען באקומען א האטעל צימער פאר א צענטל די פרייז – איז פשוט, ווען איינער צאלט די עטליכע הונדערט דאלאר א נאכט מער ווייסט ער “וואס ער באקומט”, ער קען זיך פארלאזן אז עס וועט זיין צוגעשטעלט מיט אלע פיטשעווקעס.

דאס איז וואו מיר שיינען ארויס. אונזערע טויזנטער געסט וועלן מעיד זיין אז ווען מ’דינגט א דירה ביי אונז קען מען זיך פארלאזן מיט פארמאכטע אויגן אז מ’באקומט דאס שענסטע און די בעסטע.

ווען מיר דינגען א דירה פון די בעלי בתים נעמען מיר זיך אויס אז יעדע דירה דארף זיין צוגעשטעלט ווי א פינף-שטערנדיגער האטעל. עס דארף האבן אלע געברויכן מיט אלע צוגעהערן, אבער עס דארף אויך זיין שיין, ריין און ציכטיג. די בעט געוואנט מוז זיין פונעם בעסטן קוואליטעט און אין א נייעם צושטאנד, און איז אלעמאל פריש אויסגעוואשן. אזוי אויך איז אלעמאל דא גענוג און נאך ריינע האנטוכער.

די דירה אליינס מוז אויך זיין פריש און ניי. מיר נעמען נישט אן קיין דירות וואס זעען אויס אלט און נאכגעלאזט אדער אויב עס האט צעבראכענע זאכן. מיר גייען אליינס אראפ צו יעדן הויז עס צו באקוקן פון אנהייב ביזן סוף. צי עס איז טאקע שיין און גוט צוגעשטעלט עס זאל זיך אריינפאסן אין אונזער סיסטעם, און אזוי אויך צי די חלק הרוחני, די כשר’ע קאך, אלע אידישע צוגעהערן און די מחיצה פון די סווימינג פול, זענען צוגעשטעלט אויף אונזערע סטאנדארטן.

גאר אפט האט שוין פאסירט אז מיר האבן נישט אנגענומען א הויז, און דער בעה”ב האט דוקא יא געוואלט אז מיר זאלן עס אננעמען האבן זיי אונטערגענומען רענאוואציעס און איינגעקויפט צוגעהערן אויף אונזער ראט און צוגעשטעלט אלעס וואס מיר האבן געבעטן.

ווער איז אייער קליענטעל, וועלכע סארט מענטשן קומען דא געווענליך?

אלע סארט מענטשן. פון יונגעלייט און בעלי בתים ביז עלטערע אידן און רבי’ס, רבנים און ראשי ישיבות. יעדער וואס איז נאר געקומען איז געווען צופרידן ביז גאר און זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן אויף דער שיינער געגנט, הערליכע דירות און אויסערגעווענליכע העפליכע סערוויס.

מיר האבן געהאט דא א גאר חשוב’ן רב פון מאנסי, וועלכער פלעגט נישט לאזן זיינע בני הקהילה פארן קיין מיאמי אפילו לצורך רפואה. אבער נאכ’ן זיין דא ביי “פלארידא קאושער ווילאס” און זען ווי אויסגעהאלטן דאס פלאץ איז, האט ער מיר געזאגט אז פון היינט אן וועט ער יא ערלויבן צו פארן קיין נארט מיאמי לצורך רפואה.

מען קען באמת זאגן אז “פלארידא קאושער ווילאס” איז א חידוש, א דורכבראך אין דער וועלט פון וואקאציע ביי היימישע אידן, און איז ממש א יחיד במינו אין דעם, אויף א פארנעם וואס מען האט נאך קיינמאל פריער נישט געזען ארויס פון די חרד’ישע געגנטער אין ניו יארק.

מיר שפירן פאר א זכי’ צו קענען אהערשטעלן אזא הערליכן און אויסגעהאלטענעם פלאץ, און מיר באקומען כסדר ברכות און חיזוק ועידוד פון ערליכע אידן וועלכע קומען אהער און האבן הנאה פון דעם פלאץ מיט אירע הויכע סטאנדארטן.

ווען א מענטש געפינט זיך ווייט פון דערהיים און ער דארף אנקומען צו סערוויסעס אדער הילף, צו וועמען ווענדט ער זיך?

די טויזנטער אידן וועלכע זענען שוין איינגעשטאנען אין אונזערע ווילאס זענען לעבעדיגע עדות אויף די אויסערגעווענליכע העפליכע און פריינטליכע סערוויס וואס משפחת וויינבערגער שטעלט צו.

אונזער טעלעפאן איז אלעמאל אפן און מען קען רופן וויפיל מאל א טאג מען וויל, אין סיי וועלכע שעה פון טאג. מיר ווערן קיינמאל נישט באלעסטיגט און מיר וועלן קיינמאל נישט מיד ווערן פון צופרידנשטעלן אונזער קאסטומער.

דאס ליגט אונז אין די בלוט. די וויינבערגערס זענען בטבע פערפעקציאניסטן און פונקט ווי מיר ווילן אז אלעס זאל קלאפן ביי אונז, ווילן מיר אז אלעס זאל קלאפן ביי אונזערע געסט.

ערשט נישט לאנג האט א גאסט אונזערער זיך באמערקט ערב שבת נאכמיטאג אז עס פעלט דער “קאָרק סקרו” צו עפענען דעם וויין פלאש פרייטאג צו נאכטס. נו, דא איז שוין באלד שבת, וואס טוט מען? מיט איין טעלעפאן קאל איז זיין פראבלעם געלייזט געווארן אין געציילטע מינוטן.

איר האט אויך דירות אין אנדערע אידישע געגנטער?

מיר האבן היינט דירות אין נאך עטליכע אידישע געגנטער. מיר האבן “לעיקוואוד האוסטס”, וועלכע דינט היימישע אידן וועלכע קומען קיין לעיקוואד, צי אויף שמחות אדער טאקע סתם אויף וואקאציע.

די סטאנדארטן וואס מיר פארמאגן אין מיאמי, די זעלבע סטאנדארטן פארמאגן מיר איבעראל. איך אליינס פאר אראפ פערזענליך זען יעדע דירה איידער עס ווערט אריינגענומען אין אונזער סיסטעם, און נאר א דירה וואס קומט נאך אונזערע הויכע סטאנדארטן קען אריינגענומען ווערן.

אין לעיקוואד זענען אלע אונזערע דירות נאנט צו בתי מדרשים און געשעפטן אז עס זאל זיין צו דער פולסטער באקוועמליכקייט פון אונזערע געסט.

פאקטיש זענען מענטשן אזוי צופרידן פון אונזער סערוויס אז מיר באקומען כסדר רופן פון מענטשן וועלכע בעטן אונז אז מיר זאלן זיך אויסשפרייטן אויך אין אנדערע אידישע געגנטער.

נו, האט איר געענטפערט די געבעטן?

מיר ארבעטן יעצט אויף עטליכע פראנטן צו קענען עפענען אין נאך געגנטער. דערווייל האבן מיר שוין אנגעהויבן אויך פארדינגען אין וואודרידש, ניו יארק, און אויך דארט מיט די זעלבע הויכע סטאנדארטן. אלע וואס זענען שוין דארט איינגעשטאנען זענען ב”ה אויסערגעווענליך צופרידן.

עס איז שוין ב”ה אנגעקומען צו דעם אז דער נאמען אונזערע איז סינאנים מיט -5שטערנדיגע סערוויס. ווען א מענטש זעט אונזער נאמען ווייסט ער אז ער דארף זיך נישט גיין נאכפרעגן אויף די דירה אדער די סערוויס, נאר קען קומען אויף וואקאציע מיט פארמאכטע אויגן, זייענדיג פארזיכערט מיט א גאר באקוועמע וואקאציע.

מיר האבן שוין היינט דירות אויך אין סקאטסדעיל, אריזאנע.

גאר לעצטנס האבן מיר אנגעהויבן א נייע זאך. פיל מענטשן ווילן גיין קיין ארלאנדא, אבער עס איז נישט דא דארט קיין אידישע פלאץ וואו איינצושטיין, האבן מיר אנגעהויבן פארדינגען דארט אויך הייזער. יענע הייזער געהערן טאקע נישט פאר קיין אידן, נאר מיר האבן דארט אין די הייזער אונזער’ס א שאפע אין וועלכען מיר פארמאגן אלע אידישע צוגעהערן. ווי כשר’ע טעפ און כלים, דישעס און אלע אנדערע צוגעהערן. אפילו א “האט פלעיט” און אנדערע געברויכן.

די ארלאנדא דירות רעקאמענדירן מיר בעיקר פאר די וואכנטעג, ווייל נאך אלעם איז ארלאנדא נישט קיין אידישע שטאט. מיר האבן פיל קליענטן וואס גייען אהין פאר די וואנכטעג און קומען קיין נארט מיאמי פאר שבת.

אויך אין באקא רעטאן, וואס געפינט זיך בערך א 35 מייל צפון צו פון נארט מיאמי ביעטש פארמאגן מיר שוין היינט דירות. עס איז פון די שענסטע און רייכסטע געגנטער אין גאנץ פלארידא און עס פארמאגט אפילו גאנץ א כמעשה’דיגער אידישער ישוב, און עס זענען דא וואס ווילן דוקא גיין צו א שענערער און רייכערער געגנט. אלזא האבן מיר צוגעשטעלט דארט אויך דירות און אלעס אויף אונזער הויכן סטאנדארט.

רישעי‘, זעט אויס אז איר זענט גערעכט, די וויינבערגערס זענען טאקע פערפעקציאניסטן. ווי מיר זעען האט איר אינזין געהאט יעדע קלייניגקייט, און אויף יעדן פראבלעם האט איר תיכף אן ענטפער און א לעזונג. דאס ערקלערט פארוואספלארידא קאושער ווילאסהאט זיך ערווארבן אזא גוטער נאמען אלס דערנומער איינסוואקאציע דעסטינאציע פאר היימישע, ערליכע, חסידישע אידן.

זאל דער אויבערשטער אייך געבן פיל הצלחה און איר זאלט נאך אסאך לאנגע געזונטע יארן קענען באדינען דעם ערליכן ציבור מיט אייערע געטרייע און העפליכע סערוויסעס. און ווער ווייסט, אפשר ווען משיח וועט קומען וועט איר קענען העלפן צוצושטעלן דירות פאר אידן וואס וועלן קומען קיין ירושלים

זיצנדיג על מי מנוחות אין די הערליכע רחבות’דיגע ווילאס האבן דאך וואקאציאנערן צייט צו באטראכטן אלעס און צו טראכטן אלעס, קומט אפט ארויף די וואונדער: צו צושטעלן אזויפיל וואקאציע דירות אין אזויפיל ערטער פאר אזויפיל מענטשן וואס אלע ערווארטן נאר דאס שענסטע און בעסטע דארף זיין גאר א שווערע ארבעט, דאס פארלאנגט דאך געוויס גאר אסאך קאפ און מוח און כוח אז אלעס זאל קלאפן ביז’ן לעצטן דעטאל, איז ווער און וויאזוי האט מען אינזין אז די אלע אומצאליגע פרטים זאל קלאפן הונדערט פראצענט?
דער ענטפער איז איין ווארט: פערפעקציאניזם!
ר’ ישעי’ איז א פערפעקציאניסט און ער שלאפט נישט ביז יעדע זאך איז הונדערט – נישט פינף און ניינציג – פראצענט מסודר. און טאקע אויפ’ן שענסטן פארנעם. אין זיין ווערטערבוך עקזיסטירט נישט אזא ווארט ווי “בדיעבד”.
דערפאר געפינט מען א מילכיגע זייט און א פליישיגע זייט, כלים און עסצייג פאר ביידע, און אלעס באצייכנט מיט א מילכיג/פליישיג סטיקער, א דישוואשער, א וואש מאשין און דרייער, ליכט פאר שבת, חלה דעקל, בעכער, זמירות, הבדלה מיט בשמים, א האט-פלעיט, און ניטאמאל וועט ער פארגעסן פון א ווייסע טישטוך. יעדע איינציגע זאך מוז זיין אויפ’ן בעסטן און שענסטן אופן, קיין פינטל נישט ווייניגער ווי אינדערהיים, נאר נאך פיל בעסער, מיט א טעם פון וואקאציע.
יא, אט דאס איז דער נאטור פון א פערפעקציאניסט! צו אונזער מזל…

1 Response

Leave a Reply